Monday, March 10, 2008

seks

-





מארק שאגאל




סעקס

,גאָלע נעכט באַהויכט מיט שטילקייט
פול מיט וואָר, מיט פייכטער מילדקייט
,און מיט הייסן ברויז פון אומרו
ווען דעם הימל'ס טויזנט אויגן
פאָלגן נאָך דעם פּיין און גלויבן
וואָס הילכט אָפּ אין טויזנט שויבן
.מיט געמיש פון טרוים און ווילדקייט

און דעם יצר'ס שטייפער אויפרוף
קלאַמערט זיך אין יעדן קווערשניט
ביז עס גרייכט די וועלט צעשערכעט
,אויף טויזנט מצוות און חטאים
ווען די כלומרשט בלויזע שטילקייט
,טוט דער נאַכט איר וואַך פאַרטרויען
.מיט איר אָטעם פריש און עכט

וועט דען עמיץ גיין אויסמעסטן
,יענע האַסטיקע פאַרמעסטן
?וואָס פאַרשלינגען גאָלע נעכט
,ניין ס'קאָן קיינער זיי ניט וועגן
בלויז דעם הימל'ס אויגן מעגן
זען די וועלט אויף טויזנט וועגן
.ווי סע שפּינט זיך פרום און פרעך