Wednesday, September 15, 2004

FUN KARLOFF'S ALTE LIDER

באָריס קאַרלאָף (בלומינגטאָן, מידוועסט) ׳
צײַט שטערן בוים



*
די צײַט

מיר באַוואוינען אַ צײַט גאָרניט וויסנדיק
אַז איר אָנקום און אומקום איז ניסימדיק

אַז איר אײנציקע וואָרע באַרעכטיקונג
ליגט אין מענטשלעכן ווילן זיך מעכטיקן

זיך אַליין איבערשטײַגן און קלעטערן
און וואָס ווײניקער זיך צו פֿאַרגעטערן

נאָר ווען ס'קלעטערן ווײַטער ווערט צײַטיקער
ווערט די צײַט איבערראַשט און דערווײַטיקטער

און דער אָנזאָג פון מאָרגן ווערט לעכערלעך
פון דעם נעכטן בלײַבט לעכער און לעכעלעך

ווײַל מיר יאָגן די צײַט גאָרניט גלײבנדיק
אַז מיר זענען
איר סוף
און איר אייביקייט



*
שטערן

טײַערע, גאָלדענע, הײַטערע שטערן,
גלייבט ניט יענע, וואָס גלייבן
אַז זיי קאָנען דערקלערן
אײַער לויטערן, ציכטיקן, ליכטיקן גאַנג

גאָלדענע שטערן – טײַערע וועכטער,
ווער סע קאָן אײַך פאַרשטיין אָן אַ ברעקעלע באַנג,
איז גאָרניט קיין רעכטער דערהערער קיין עכטער
פון אײַער קאָסמיש געזאַנג

טײַערע, ליכטיקע הימל־געזעלן,
צי ווייסט איר ווי שטאַרק
דורכן טאָג טוט איר פעלן

דעם, וואָס פון אײַך האָט אַ שמצל אַנונג,
דעם, וואָס פאַרגלייבט איז אין אײַער פאַראַנונג,
וואָס הויערט העט ווײַט צווישן פאַלן און העלן –

טײַערע וועלט־ברידער, טרײַע געזעלן


*
דער בוים

דו זוכסט דעם בוים און קאָנסט אים ניט געפינען:
דער טײַך איז דאָ, דאָס פעלד מיט גראָזן גרינע,
דער זעלבער פּלויט, כמעט די זעלבע זונענשטראַלן.
נאָר וואו איז ער, דער בוים?
ניטאָ, פאַרפאַלן...

דו זוכסט און זוכסט דעם בוים וואָס דאַרף דאָ שטיין און וואַקסן
און ניט געפינסט קיין סימן פון זײַן שאָטן,
וואָס אין זײַן שויס איז דיר אַמאָל געראָטן
פאַרנעמען און פאַרשטיין די שפּראַך פון צווײַגנאַקסל.

אַ גאַנצן טאָג:דו זוכסט, און זוכסט, און זוכסט פון פרי באַגינען
דעם בוים דעם מעכטיקן וואָס פלעג דאָ שטיין און שטאַרצן...
ביז זײַנע שטאַקרע וואָרצלען שוין אַליין דעם וועג געפינען,
פאַרנעסטיקן זיך טיף בײַ דיר אין האַרצן

אקספארד–ירושלים, 2001-2000

0 Comments:

Post a Comment

<< Home