מיט איין-און-צוואנציק יאר צוריק, אכספארד -- יולי 1983
דערמאָנונג וועגן סוצקעווער ביים לייענען אַ פּנים,
די אויגן און די ברעמען האָבן אויסגעהילכט מוזיק
אָן לייטישע געלעכטערלעך מיט יאַשטשערקעס־דראַקאָנען
גאָר אָן אַ זייט פון כלומרשט קלוגע רייד און גאָלע פוילע שטיק.
יע, יע אַיעטווידער געדענקט: פאַרבראַכט מיר האָבן יעמאָלט
פון גלעזעלעך לחיימס אַיעדנס בליק צעגלאָזט
און ס'האָט צו אונדז אַ וואונק געטאָן דאָס דיכטערישע ברעמל
און ס'האָט זיך אין אַ פריינדשאַפט טאַנץ מיט איטלעכן געלאָזט...
אוועקעט ס'זענען יארן שוין, נאָר כ'קום אין אין יענער קרעטשמע
צו טועם זיין מיט חברהלייט פון גוטן וויסקי דעם בוקעט
און ס'טויכט אויף די דערמאָנונג ווי מיר האָבן דאַן בעספּעטשנע
געפּרואווט פאַרזוכן ס'פּנים פון אַ יידישן פּאָעט.
ירושלים, יולי 1993
0 Comments:
Post a Comment
<< Home