Thursday, August 17, 2006

א לעבעדיקער גרוס פון ווילנע

a lebediker grus fun Vilne


* * *

שוין אַזוי פיל מאָל געזען דעם פרילינג, שוין אַזוי פיל מאָל זיך אויפגעכאַפּט אויפסניי. נאָר עס ווערט ניט אויף קיין האָר פאַרביליקט, בלויז די מילדע פאַרבן ווערן שטאַרקער און בעיקר: ס'ווערן חושים מער פאַרשיכורט ביידערביי...


* * *

די בענקשאַפט איז אין תוך – אַ ברכה וואָס שמעלצט דאָס האַרץ מיט וואָרער ליכט און אַלץ וואָס לויז איז און צעקראָכן געפינט דורך איר דעם גלייכגעוויכט, דעם קלאָרן אויפשטייג צו הייכן בלויע, דעם שטייפן שפּרונג וואָס גרייכט צום ציל. די בענקשאַפט איז אין תוך – דער דויער, פון שטילקייט געטלעכער אַ שפּיל.


* * *

די לידער דאַרפן רעדן ווי פאַר זיך אַליין – אַזוי ווי ס'רעדן אָן אַ וואָרט דעם מענטשנס גלידער. די שפּראַך פון גוף אַנטפּלעקט דעם טיפסטן מיין, וואָס ווערטער קאָנען איר נאָר זיין דערווידער. טאָ נעמט אַ ליד און טוט דערמיט אַ דריי – ביז ס'וועט זיך אויסשיילן דערפון צו אייך אַריבער – דער טייטש פון שטילן קנייטש, דעם זשעסט'ס אַ הויך געשריי. פאַר זיך אַליין צו אייך באַדאַרפן רעדן לידער.


* * *

ס'איז דאָ אַ צייט פאַר אַלץ אחוץ פאַר גאָרנישט, נאָר אַלץ ווערט גאָרנישט ווען ס'פאַרענדיקט זיך די צייט. – איז זאָל מען בעסער שווייגן? – ניין, מע טאָר נישט, אויף שווייגן – וועט דאָך תמיד קלעקן צייט!


* * *

כ'האָב ליב דעם פאַל פון "לעצטע" בלעטער זיי זאָגן אָן: פּונקט ווי דער וועטער אויך דער סעזאָן זיך בייטן וועט ער.


ZEYGER SHMEYGER


לעמבערג היינט־צו־טאָג

Lvov 3

PHOTO: © Pawel Figurski

Tuesday, August 08, 2006

קנאה

<>

envy

© Boris Budinas



איר מעגט מיר גלייבן אָדער ניט, –
כ'בין מוחל אייך די שנאה,
די וועלט, זאָגט מען, איז מיאוס און וויסט,
נאָר איך טו אייך פאַרגינען –

נאָר איך טו אייך,
נאָר איך טו אייך,
נאָר איך טו אייך פאַרגינען –
אַ שיינע וועלט, אַ ריינע וועלט
אָן פיינטשאַפט און אָן קנאה!

איר מעגט מיר גלייבן אָדער ניט,
ניט דאָס האָב איך אין זינען,
נאָר וועדליק מיר האָט איר פאַרדינט
איך זאָל אייך טאָן פאַרגינען.

איך זאָל אייך טאָן,
איך זאָל אייך טאָן,
איך זאָל אייך טאָן פאַרגינען –
פיל, פיל הצלחה און פאַרדינסט, –
איבער דער באָרד זאָל רינען!

צי גלייבט איר יאָ, זי גלייבט איר ניט –
איז מיר אַ קנאַפּער חילוק,
איך ווייס נאָר איינס: מיר זיינען קוויט,
דעם חוב האָב איך געסילוקט.

און טאָמער טוט נאָך ערגעצוואו
די קנאה ביי אייך גרינען, –
אויך זי, די גרינע, גלייבט מיר, כ'טו
אייך טיף פון האַרץ פאַרגינען –

פון טיפן האַרץ,
פון טיפן האַרץ,
פון טיפן האַרץ פאַרגינען!




KINE