Saturday, November 06, 2004

ikh hob haynt tsayt




איך האָב היינט צייט

אַַ מתנה מיין טייערן פריינד יאַַנקל עפרון נ"י

איך האָב היינט צייט
איך וועל שוין היינט
ניט לויפן און ניט יאָגן און ניט רעשן

איך האָב היינט צייט
מיט קלאָרע רייפע רגעס פולע טאַשן
און דווקא פאַרדערפאַר איז זי – די צייט
אַזוי מיר ליב און טייער
ווייל איך פאַרמאָג היינט צייט
אַ פולן שייער

אַ קורצער ווינטער־פרייטיק אין ירושלים
צי דאַרף מען דען אים אָפּשטעלן און הייען
ווען יעדער גלעט פון זון
זאָגט אָן און מוסרט דיך מיט חסד
דו האָסט היינט צייט
דו טאָרסט עס ניט פאַרגעסן

די רעדער פון דער צייטן­־מיל
ווי תמיד דרייען זיך און האַסטיק קלאַפּן
נאָר איך
א י ך – ה אָ ב
ה יי נ ט
צ יי ט
וועל איך שוין היינט
ניט לויפן
און ניט יאָגן
און ניט כאַפּן

צווישן אָנהייב כסלו און סוף דעצעמבער 2001, ירושלים



0 Comments:

Post a Comment

<< Home