Wednesday, February 02, 2005



ניט אמת?

עס גייט ניט אין גראַם
און עס גייט ניט אין סטראָפיק,
עס גייט דאָך אין ריטעם
פון אייביקן ספק,
פון אייביקן אומרו
וואָס מעסט אויס די צייטן

דעם אמת אויף קריוודעס
זאָלסט ניט צעבייטן.

עס גייט ניט אין אות
וואָס איז ווייט פון אַ מופת,
עס גייט ניט אין קלאַנג
וואָס דאָס האַרץ איז ניט תופס,
עס גייט אין דעם גלויבן
אַז פון אויבן ביז נידער
מוזטו טאַפּן אַ וואַנט
ביים זוכן דעם ניגון.

עס גייט ניט אין דעם
אַז דו וועסט ניט געפינען,
אָט האָסטו אַ סימן:
מיט יעדן באַגינען
ווערט שטאַרקער דער ספק
און ס'ווערט שטאַרקער דער אמת,
אַזאַ איז דיין גורל און דיין ניגון...
ניט אמת?

זומער, 2001


DSC00252


אדם רעב ולא ללחם

אַ הונגעריקער מענטש
וואָס הונגערט ניט נאָך ברויט,
נאָר נאָך אַ וואַרעם צערטל וואָרט
וואָס מאַכט געמיטער לייטישער און מילדער

דער הונגעריקער מענטש,
ער רייסט אויף זיך די הויט
און ניט געפינט פאַר זיך קיין אָרט
פון יענעם הונגער ווערט ער ווילד און ווילדער

כ'האָב אים געזען,
דעם הונגעריקן מענטש,
נאָר ניט באַשערט איז מיר געווען
זיין גרענעצלאָזן הונגער איינצושטילן

און גרייט בין איך אַליין
צו ווערן יענער הונגעריקער מענטש,
ווייל אָך־און־ווײ
ווער נאָך ווי איך
קאָן אַזוי טיף
דעם תהום פון זיין צעהונגערטקייט
דערפילן?..

סוף זומער, ירושלים 2001