Thursday, February 02, 2006

אינגאַנצן זיבן, אָדער אַכט

Renoir



אינגאַנצן זיבן (אָדער אַכט)


*

אינגאַנצן זיבן,
נאָר זאָל פול זיין ווי אַן אויג
אינגאַנצן זיבן,
נאָר זאָל שטיל זיין ווי אין אויער
אינגאַנצן זיבן

פול מיט שפע ווי מיט נויט
ווי דער אַריין און דער אַרויס דורך טיר־און־טויער


*

אַ ווייטער שטערן אין דער הייך
ער ווינקט און לייכט און פינקלט
גלייך ער זאָל שעפּטשען: "גיי, דערגרייך,
דערלאַנג דיין אייגן ווינקל".
דער ווייטער שטערן אין דער הייך
דאָס טאָגן מאַכט אים בלאַס און בלייך
ביז ס'ווערט צו־נישט זיין פינקל.


*

זיין דינאַמיק איז פיל טעמיק
און מע מוז ניט זיין קיין מעמיק
צו דערזען ווי פּאַנאָראַמיק
און ווי טיף עס איז זיין גראַם
ווי עס שפּרינגט, מסתם ניט סתמיק
פון דער שאַרלעך בלאָווער וואָלגע
אין דער בלוי פון רויטן ים.



*

האָסט זיך יאָרן געוואַלגערט אין גלות ביי יענעם
צינד גרייט ביסט זיך וואַלגערן אין דיין אייגענעם גיהנום
נאָר די וועלט איז דיר שולדיק ווייל זי פאַרגינט זיך צו באָרגן
דיין קלאָרסטן, דיין ריינסטן, דיין שענסטן פרימאָרגן.
ביי זיך צי ביי יענעם, ס'אַ וויכטיקער חילוק,
נאָר דער עיקר געדענק, אַז דער חוב ווערט געסילוקט
ווען ניט דו טוסט זיך זאָרגן פאַר דער וועלט'ס "אַ גוט מאָרגן!"


*

וואוהין דו זאָלסט זיך נאָר ניט ווענדן
געפינסט דעם זעלבן בלינדן פּרצוף
וואָס וואָלט דיך גערן גרייט זיין שענדן
ווען ניט די בלינדקייט זיינע, שוואַרצע,
דעריבער פרעגסטו: גאָט, ווי קאָן מען
ביי לייט און אויך ביי קוואַזי־מענטשן
די בלינדקייט אָפנהאַרציק בענטשן
פון יענעם טעמפּן פּרצוף־פּנים?


*

כ'האָב פאַרמאָגט אַמאָל אַ ניגון
פלעגט ער וואַכן, וועקן, וויגן...

נאָר אַצינד, אַצינד, אַצינדער
אָך און וויי, און וויי־און־ווינד מיר,
אָדער ניגון
מיטאַמאָל
שטאַרבט אַוועק זיין לויטער קול...
שטום, אָן קלאַנג די נאָטן ליגן,
כ'האָב פאַרמאָגט אַמאָל אַ ניגון


*

אינמיטן טאָג, אינמיטן פלי
עס פליט די צייט און ס'טוט אַ פלי
אין אין־סוף גלייך אַ וועלט אַ גאַנצע
ביז ס'בלייבט אַליין אַ ווייטער גלי
וואָס צווישן נאַכט און אינדערפרי
דעם פּאַ פון לעצטן האַרצקלאַפּ הי
וועט שוין אין אייביקייט דערטאַנצן.

*

אינגאַנצן זיבן אָדער אַכט,
נאָר זאָל זיין גוט געסטרויעט!
אין גאַנצן זיבן: טאָג־און־נאַכט,
נאָר ליד איז ניט קיין מויער...
אינגאַנצן זיבן (אָדער אַכט?),
די וועלט איז קליגער ווי סע דאַכט,
אַ גוטע נאַכט דיר, טרויער.


מאַי-יולי 2001, ירושלים